יום שישי, 1 באוגוסט 2008

שירים


שירים

שירים אילו נמצאו בפנקס שדפיו הצהיבו ולפי התאריכים נכתבו כנראה במחנה הפליטים בדרום איטליה בסוף שנת 1945. ומהוים עדות חיה וטריה לתחושותיו של יוצא המחנות מפר חודשים לאחר השחרור. השירים נכתבו על ידי אבי, שמואל מרדכי, במקורן ביידיש, הועתקו ותורגמו לעברית על ידי מר יעקב אורלובסקי והם מובאים פה בית ליד בית, המקור ותרגומו.


שנת ארבעים וחמש.

אך דאס יאר פיר און פערציג
כאטש ער איז שנעל פארוואונדען
דאך הען איך אייך זאגן אפנהערציג
אז עס איז פארבליכן אומהיילבארע וואונדן

אבוי שנת ארבעים וארבע
אף שכה מהר נעלמה
יכולני לומר לכם בגילוי לב
שנשארו פצעים ללא מרפא

ווייל פון אונז ניט איינער
איז אוועק צום פארברענען

כי לא אחד מאיתנו
הלך למשרפות.

און אויך מיר אלע האבן אדורכגעמאכס צרות און פיין
מיט אויסגעהאלטנקייט און מוט
אפשר וועלן מיר ביי דער גאולה זיין
און קענען נקמה נעמען פיר אונזער בלוט.

וכולנו עברנו צרות ויסורים
בעמידה בעוז ואומץ
אולי נהיה עוד בעת הגאולה
שנוכל לנקום את דמינו

און היינט פונקט 12אזייגער
איז דער יאר 44 וואס הייסט טיראן
איז אוועק געפאלן ווי א פגר
הונגעריג מאגער ווי א מוזלמאן

וכיום בדיוק בשעה שתים עשרה
שנת 44 הנקראת טיראן (?)
נפלה כמו פגר
רעבה כחושה כמו מוזלמן
[1].

באגלייט האבן עם אין זיין אייביגער רוה
דער מלאך המות דער שטן
און אויך די שווארצע פיס דערצו
טיף אין די חורבות האבן זיי פערטאן

מלווים אותה למנוחת נצח
מלאך המוות - השטן
וכך גם הרגליים השחורות
עמוק בחורבות הוטמנו.

פערבליבן וועט זיין דענקמאל
חורבות קאליקעס גאר אן א צאהל

תישאר נא מצבת זכרונה
חורבות, נכים ללא מספר.

באלד אויף זיין ארט איז געקומען דער 45
דיק שיין גרויס
באגריסט האט אים דער מלאך השלום גוטהערציג
און אויך די העפלינגע מיט ארבייט און שווייס
בעגריסט האבן עם דיכטער שרייבער דיינקער

מיד במקומה באה ה- 45
שמנה, יפה וגדולה
קיבל פניה מלאך השלום בלבביות
וגם האסירים בעבודה וזיעה
ברכו אותה, משוררים סופרים והוגים

מיט ליכט קרענץ בלומען
און אנגעזאגט האבן זיי אז פאר די היינקער
איז די ענדע שוין געקומען

בנרות וזרי פרחים
ובשרו כי לתליינים
הגיע הקץ.

און מיר איבערגעבליבענע
פארמאטערט פון צרות און פיין
פון די היימער פערטריבענע
וועלן שוין זיכער אויף דער פריי זיין.


ואנו הנשארים
מותשים מצרות ועינויים
מבתינו מגורשים
נהיה חופשים ובטוחים.


לא עושים עניין

מאן מאכט ניט קיין גרויסע וואכט
אייפן פאדלאגע שלאפט מען איבער צו נאכט
זיי דארפן ניט קיין ספעציעלן פלאץ
און אויך ניט קיין בעט

לא עושים ענין גדול
על הרצפה ישנים את הלילה
הם לא זקוקים למקום מיוחד
וגם לא למיטה.

זיי דארפן ניט קיין דאך און ניט קיין מאטעראץ
קענען זיי פון קאצעט
די וואנצען מיט די פליי
שרעקן זיי ניט וופף
זיי זיינען גוט בעגאנט מיט זיי
דאס קריכט זיי ניט אין קאפ

הם צריכים לא גג ולא מזרון
מהקצט
[2] אותם מכירים
הפישפשים והפרעושים
אותם לא מפחידים
הם מכירים אותם היטב
זה לא נכנס להם בראש


סאליערנע צען
אפראוואציק ארט
א האטעל אין פולן ברען
פאר יעדן קאצעטניק אוז דא א ארט
אניט אייפן סטאנציע איין טונעל
אין דער ברייט און אין דער ליינג

סליערנע עשר
מקום פרטי
מלון במלוא הודו
לכל קצטניק
[3] יש מקום
אם לא בתחנה, במינהרה
ברוחב ובאורך

און צוגליך האטעל
ווען אויף סאלערנע צען צו גיינג
מיט עסן איז אויך ניט קיין זארג
ברויכן ניט פול

בדומה למלון
כאשר מגיעים לסלערנע 10
לאכילה אין לדאוג
לא צריך הרבה.



מה שמגיע לידיים - לא לוקחים בהקפה.

וואס עס קומט אין האנט נעמט מען אויף כארג
דער קאצעט האט געלערנט די שפיל
איין איינ-וויינער פון בארי צו ווערן
איז ביי זיי אויך ניט צו שווער

מה שמגיע לידיים לוקחים בהקפה
ה"קצט
[4]" למד את המשחק
להפוך לתושב של בארי
[5]
לא יקשה כלל עליהם.

מען טוט זיך פון קיינעם ניט שטערן
זיי קומען אין דער פאליציי און זיי גיבן איין אדרעס נומער
באקומען זיי א סידזשארנע אויפן האנט

לא מופרעים על ידי איש
הם באים למשטרה ומוסרים כתובת ומספר
מקבלים בו במקום

וואס מיט דעס צו מאכן
איז שוין אלעמען באקאנט
איר זאלט נאך ניט לאכן
ווייל ניט דאם איז שוין אלץ

ומה לעשות בכך
הן ידוע לכל
אל נא תצחקו
כי אין זה הכל.

ווי פון אונרא ארויסקריגען
דאס ביסעלע געלט צוקער און שמאלץ
אף דעם דארף מען זיך קליגען
אבער ניט געדאגעט פאר די קאצעטלער
זיי האבן א קאפ אויפן פלייצע

כיצד להוציא מ"אונרא"
מעט הכסף, הסוכר והשמן
על כך יש להתחכם
אך אל דאגה לקצטים
יש להם ראש על הכתפיים.


זיי זאנען ניט קיין געוויילליכע שנארערסאדער בעטלער
זיי האבן צו אלעמען איין עצה
ניט געשטויגן און ניט געפלויגן
געקומען פון דאנען געקומען פון דארט
א מעשה פון פינגער אויסגעזויגן
און מען מוז זיי גלויבן אויפן ווארט

אין הם שנוררים או קבצנים
יש להם עצה לכל
לא דובים ולא יער
באו מפה ומשם
עם סיפור מצוץ מהאצבע
וחובה להאמין לדבריהם


דער פרעזעס ניט האבנדיג קיין ברירה
ער זעט דאך מענשן פון וועג
אביסל פון רחמנות אביסל פאר מורא
שרייבט ער אויט א שאעק

והיו"ר באין ברירה
בראותו אנשים שבאו מרחוק
מעט מתוך פחד ומעט מחמלה
כותב את השיק

אט אזוי די חברים פון קאצעט
צולאזן איבער דער וועלט
קוקן ניט ווי שפעט
און מאכן געלט.

וכך החברים מהקצט[6]
מתפזרים בעולם
מבלי לשים לב לזמן
ועושים כסף.

.


ליל יום כיפור, תש'ד.

יאר תש'ד ערב יום כיפור באנאכט
קיין אושוויץ, אלס "מוזלמאן" מיר געבראכט.
אויס געהונגערט, הויך, דאר ווי אשטעקן.
איבערן גאנצן קערפערפון וואונדן פלעקן.
אפאר גרויסע, ארויסגעשטעקטע אויגן.
פוך שוואכקייט, שווארצער עצער, פאר זיי געפלויגן
מיט אפארצונע אויסגעטריקענטע הענט,
און געשוואלענע פים ניט באוועגן גיקענט.

בשנת תש'ד בליל יום כיפור
הובאתי לאושוויץ כמוזלמן
מורעב,גבוה וצנום כמקל
ועל כל גופי כתמי פצעים.
זוג עינים גדולות ובולטות.
מחולשה מוקפות עיגולים שחורים.
בזוג ידיים כחושות ומיובשות
וברגליים נפוחות ללא יכולת להניעם.

פון שוויענטאכלאוויץ געפירט האט מונך אונז 5 מאן צוזאמען
אבער בלויז פיר צום פערסאמען.
דער פינפטער שווער קראנק, און עמד.
אבער "איחסן" ניט קיין ייד.
ער האט געקרעכצן זיך געשראקן פאר דעם טויט.
מיר האבן געזיפצט ווקריגט מען זיין פערטאלע ברויט.
די אויטא קארעטקע, האט שנעל, מיט געפלויגען
דאך האבן די זיבעציך קילאמטער, לאנג זיך געצויגן.
פארשיידענע געדאנקען האבן שנעל צורך געלאפן.
גיזען די גאנצע טראגעדיע וואס האט אונז געטרפן.
אבער זיך ניט געשואקן... איך גיי דאך ניט אין פינסטערן קבר..
עסוועט דאך ניטו פולן אפילו קיין איינציגער אבר.

משווינטוכלוביץ
[7] הובלנו חמישה ביחד
רק ארבעה לשם הרעלה
כשהחמישי חולה קשה ומותש
אך "יחסן", לא יהודי ,
גונח ופוחד מהמוות.
נאנחנו איך משיגים את רבע הלחם שלו
העגלה הממונעת טסה איתנו במהירות
אך שבעים הקלומטרים נמשכו ארוכות
מחשבות שונות חלפו במהירות.
בראותינו הטרגדיה שפקדה אותנו.
אך לא מפוחדים... הרי איני הולך לקבר אפל ...
להירקב אף לא אבר.


איך וועל גליקליך זיין אלס קדוש וועט מען מיר קריינען!
קיינער וועט נאך מיר ניט קלאגן, קיינער וועט מיר ניט באווינען.
אבער די פערטעלע ברויט... האט מיר די געדאנקען איבער געריסן...
דער מאגן, וויל פון קיין פאנטאזיעס וויסן...
אט באלד וועל איך, מיטן הונגער און צרות זיך צושידן...
און זיך צוזאמען טרעפן, מיט מיינע ליבסטע און גן עדן...
אבער די פערטעלע ברויט, וואס דער "יחסן" קען ניט אויף עסן.
קען דער מאגן בשום אויפן ניט פערגעסן...
אט פארט צו די קארעטקע צום איזערנעם, לאגער טויעד.
מיר דערהערן פעסטע טריט, פון אגעזונט גייער.
גיעפנט זיך די טיר פון דער קארעטע.
עס ווייזט זיך א געזיכט, מיט א פאר באקן פעטע
און שטארקער האט אנגיהויקן צוו קלאפן די הארץ.
איך האב דערקענט, דעם טינקער "שטרום באנד פירער" שווארץ.
שטריינג איזגעפאלן די פראגע וואס אומיפייאיג צו ארבייט?
די פראגע איז אריין ווי א שארפער מעסער אין זייט...
מיט איין ציטערנדיק... קול...
דאב איך גענטפערט אוואל.
אייאך געטאהן מיט זייו בלוטינגער האנט צום שאפערצו.
ווי איינער זאגט פיר זיי זייער אמביו צו רוה.
באלד האט די קארעטקע געריכט,
צום לאגער שפיטאל אונז צוגעפירט.

הרי אהיה מאושר להיות מוכתר כ"קדוש"
איש לא יתאבל עלי ולא יבכני.
אך רבע הלחם ניתק את מחשבותי
הקיבה מאומה אינה רוצה לדעת,
עוד מעט אפרד מהרעב והצרות
ואפגש עם אהובי בגן העדן.
אך את רבע הלחם שה"יחסן" אינו יכול לאכול
אין הקיבה מסוגלת לשכוח.
הנה המרכבה מגיעה לשער הברזל של המחנה
ושומעים אנו צעדים נמרצים של צועד איתן.
דלת המרכבה נפתחת
ומופיעים פנים בעלי לחיים שמנות,
והלב מתחיל לפעום בחוזקה.
הכרתי את הנמר "שטורם באן פירר
[8]" שוורץ
ונשמעה השאלה הנמרצת" מי אינו כשיר לעבודה?"
השאלה חדרה כסכין בצד
ובקול רועד עניתי... כן
בהינף יד הדמים אל הנהג
כאומר הובילם למנוחת עולמים.
מיד זזה העגלה
והובילה אותנו לבית החולים של המחנה.

צום ערשטין דעם קראנקן "יחסן" ארונטער גענומען.
אבער די פערטעלע ברויט, איז צו מיר ניט אנגעקומען.
באלד אונז מיט קאלט וואסער אויסגעראדן
אויף אפריטשע, מיט אלערן שטרויזאק אויז פארלאדן
אזוי זאנען מיר אין שפיטאל אויף ווארן פערבליבן.
ביז - אגרעסערע, צאל מוזל מענער האט זיך אוי פגעקליבן
צאן האט מאן אייך סיליעקציע געמאכט.
ועדן פון דער ווייטן האט דער דאקטער בעטראכט.
זעלטן וועמאן ער האט בעפרייט.
זאל זיך נאך מאטערן אשטיקל צייט...
אלע מיינע חברים, צום פערגאזן פער שריבן.
איך איינער אויף מאטערן זיך פער בליבן...
ברידער ליך, מיט זיי גיזעגנט, אוך ניט געלאז קיין טרער...
כאשט איך האב געוואוסט, אז איך וועל זיי שיין ניט זען מער.
פארגליווערט איז בא מיר עווען , דער קוואל פון טרערן.
ווייל געוואוסט האב איך, אז קיינער איל וועט אונזער וויי געשריי הערן..
אין דער שטיל, האבן זיי פון מיר מיין גרןס גענומען...
פאר מיינע ליבסטע און טאיערסטע וועלנע זאנען אויך אזוי טראגיש אומנעקומען
הערע זייער אנדיינק!!
10.10.45
ש.ר.

בראשונה את ה"יחסן" החולה הורידו
אך רבע הלחם אלי לא הגיע
מיד במים קרים שטפונו
העמיסונו על דרגש עם שק ריק של קש
וכך נשארנו שבועיים בביה"ח.
כשנצטבר מספר גדול של מוזלמנים
נעשתה "סלקציה"
הרופא בדק כל אחד מרחוק
ולעיתים רחוקות שיחרר מישהו,
שיתיסר עוד זמן מה
כל חברי נרשמו לטיפול הגזים
ואני לבדי נשארתי להתענות.
נפרדנו באחוה מבלי להוזיל דמעה
אף שידעתי שלא אוסיף לראותם
קפא אצלי מקור הדמעות
כי ידעתי שאיש לא ישמע זעקתינו
בדממה קבלו ממני ד"ש
ליקירי ואהובי שחוסלו כה טרגית
כבוד לזכרם.
10.10.45 ש.ר.

הערה: שווינטוכלוביץ- מחנה עבודה המצוי כ 70 ק"מ מערבה מאושוויץ. ח.ר.


אני מתגעגע למכורתי הישנה.

איך ביינק נאך דיר מיין אלטע היים
נאך יעדעס גרעזעלע נאך יעדנעם בוים.
יעדער ווינקעלע איז מיר דאך אזוי גוט באקאנט
ווי יעדער שטריך אויף מיין האנט

אני מתגעגע אליך מכורתי הישנה
לכל עשב לכל עץ.
כל פינה מוכרת לי כ"כ טוב
כמו כל קו על ידי

אט זע איך מיין טאטנז איינגעבויגן שטיבעלע
ארןם איך יעדעס בערגעלע יעדעס גריבעלע
וואו איך בין געבוירן און ערצויגן געווארן
דארט וואו איך האב פארבראכט מיינע שענסטע יארן

הנה רואה אני ביתו השפוף של אבי
מסביבו כל תל כל שקע
מקום בו נולדתי וגודלתי
מקום בו ביליתי שנותי היפות

מאלטש ליבע שטעטעלע מיין
ווען קען איך שויו ביי די זיין
כאטש נאך אאין מאל אין דיינע בלאטעס טרעטן
כדי אויף די אומשולדיגע ברודער קברים מחילה בעטן

מאלטש עיירתי האהובה
מתי אוכל להיות אצלך
ולו אחת לדשדש בביצותיך
כדי לבקש סליחה על קברות האחים החפים.

ווי קען איך דיר מיין שטעטעלע פערגעסן
דארט וואו איך האב מיט מיין געליבטער טאג און נאכט געזעסן
וועגן איין גליקליכן צוקונפט געטראכט
ניט איינמאל צוזאמען געוויינט און צוזאמען געלאכט

איך אוכל לשכחך עיירתי
במקום שם עם אהובתי
יומם וליל ישבתי ועל עתיד מאושר חשבתי
לא אחת בכינו וצחקנו ביחד.

ווילדע מערדער פיראטן האבן מיר מיט דיר צושיידט
מיין טאטע מאמע ווייב און קינד געטוידט
ניט דעשיינקט זאל זיי זיין,
זייער בלוט, מיין עלנד און פיין.

רוצחים פראים, פירטים הפרידו אותך ממני
את אבי,אימי,אשתי וילדי המיתו
לא יסולח להם לעולם
דמם בלמידותי וסבלי
.

דו בינסט ווי איך פאריתומט און חרוב געווארן
דיינע און מיינע ארנליכט יידן פארלארן
אפילו די קברים צואקערט מצבות אויסגעריסן
דאס קיינער זאל דיין און מיין פערגאנגענהייט ניט ווסן

גם את כמוני נתיתמת ונחרבת
היהודים שלך ושלי אבדו
גם הקברים נחרשו ונעקרו
שאיש לא ידע עברך ועברי.

און מיר אין דער פרעמד צווישן פרעמדע פערטריבן
איינער אליין פול מיט צארן און יאוש פארבליבן
דיר מיין שטעטעלע וועל איך אייבינג ליבן און ניט פארגעסן
דארט וואו איך האב ליבע געשוואוירן און געליבט געווען גאנצע מעת לעתן

ולנכר בין זרים אותי היגלו
גלמוד ,מלא חרון ויאוש נותרתי
אותך עיירתי אוהב תמיד ולא אשכח
שם במקום בו נשבעתי אהבה ואהבתי יומם וליל.

אבער דו מיין שטעטלע זאלסט מיר אויך ניט פארראטן
שיק איבער מיין גרוס צו מיין ווייב און קינד שוועסטסר ברודער מאמען און טאטן
זאלן זיי אלע צוזאמען וויסן
אז כ'וועל זיי קיינמאל פארגעסן און שטענדיג נאך זיי טרערן פארגיסן

אך את עיירתי, אל תתנכרי לי
מסרי ד'ש לאשתי, לילדי,אחותי,אחי,אימי ואבי
שכולם ביחד ידעו
שלעולם לא אשכחם ותמיד דמעה אוזיל אחריהם.

איך רעט דיר אויך מאלטש מיין שטעטעלע
שרייב דיר דאס אויף א בלעטעלע
אז אלע זאלן וויסן מיין מיין
דאס געגן מיין ווילן קענסטו ניט זיין מיין היים.

אבקשך גם עיירתי מאלטש
כתבי זאת על דף
שהכל ידעו כוונתי
שלמרות רצוני לא תוכלי עוד להיות מכורתי
.

געדיינק און פארשרייב מיינע ווערטער
פאס אויף און שעץ די הייליגע ערטער
דאס קיינער זאלאויף זיי ניט טרעטן און מיין צושטערן
ווייל קיין נייע... וועט שוין ביי דיר ניט ווערן.

זכרי וכתבי את דברי
שמרי וכבדי המקומות הקדושים
שאיש לא ידרוך עליהם ויהרסם
כי חדשים לא יהיו עוד אצלך.

למי כה טוב כמו לי.
[9]

וועמען איז נאך אזוי גוט ווי מיר
ראסקאש און וויילטאג אן א שיעור
א וויינונג וואו איך וויל אן דירה געלט
אויך וועלען שטאק נאר מיר געפעלט
איך דארף קיין פייער איך דארף קיין ליכט
איך האב קיין ארבעט איך האב קיין פליכט
עסן טרינקען פון אלעס גרייטן
מאכלים וואס קענען לעבעדיג מאכן א טייטן
קליידער פון דאס שענסט און דאס בעסט
ווי פאר א איידעם וואס זיצט אויף קעסט

למי כה טוב כמו לי
שפע ויקר ללא שיעור
דירה שאני גר בה ללא שכר
לכל קומה שתישא חן בעיני
אין לי צורך באש ולא בתאורה
אין לי עבודה ואין לי חובה
לאכול ולשתות מן המוכן
בגדים מהטוב והיפה
כמו חתן סמוך על שולחן חותנו


גומענע חליצה שיך צוריסענע שקארפעטן ווארילאך
יאפאנישע הויזן דייטשישע יאקעס און בינעזישן הוט
ציגארעטן יעדע וואך גאנצע צוואנציג שטיק
אויך דו האסט 48 ליר און דעם אינדעקס ניט פארלארן צום גליק
אונררא באזארגט מיר אויך מיט קינא און טיאטער

נעלי גומי (חליצה) גרביים חמות קרועות
מכנסיים יפניות,כותנות גרמניות,מגבעת סינית
סיגריות עשרים חתיכות לשבוע
ויש לך 48 לירות ולמזל לא הפסד מדד
אונרר"א דואגת גם לקולנוע וגם לתיאטרון.

נאר אשאד די צייט וואס איך פאטר
כאטש מען מאכט מיר פאר א מענטשען צוגלייך מיט לייטן
אבער מען ווייזט מיר בילדער פון אדם הראשונ'ס צייטן
מיר האבן אויך א שיינעם לעזע זאל
איינגעארדנט דורך די א"י חיל
מיט פארשידענע צייטונגען וואס גיבן איבער די לעצטע נייס
למשל ווי איטאליע פארזיכרעט די דייטשען דעם זיג
היינט א קנטינה וואס דאס האט געמאכט ניט קיין נאריש קעפל
באקומסט דארט הארטע בארן פארפוילטע פאמידארן און ווערימדיגע עפל
איך דארף נאר יעדן טאג 2-3 שעה פארלירן
שפאר איך זוין זיכער אפך 5-6 לירן.

חבל רק על הזמן שאני מבזבז
אף שעשונו אדם השוה לכל אחד
ומראים לי תמונות מזמן אדם הראשון
יש לנו גם אולם קריאה נאה
שאורגן על ידי חיילי א"י
עם כל מיני עיתונים המוסרים חדשות
המוסרים חדשות אחרונות מהמלחמה
למשל כמו איטליה המבטיחה הנצחון לגרמנים
וכן קנטינה שנעשתה על ידי ראש לא טיפש
תקבלו בה אגסים קשים עם עגבניות רקובות ותפוחים מתולעים
עלי רק לבזבז 2-3 שעות ליום
וחוסך אני לבטח 5-6 לירות.

יעצט וויל מיר שוין ארט אויך באזארגן
מיט א גליקליכן מארגן
איך זאל דארפן זיין אין די הילפסאינסטיטוציעס קיין אפטער גאסט
און אויך קיין קרובים חלילה ניט פאלן צו לאסט
גוט מען וועט אונז עפענען פאכשולן מיט ווארשטאטן
יעדנערער וועט קנענען לעבן ווי בא זיין טאטן
מען וועט ניט דארפן אקערן און זייען
נאר מאכן טרומנעס און תכריכים נייהען
דער גאסט פון ארט האט אויך באוויזן זיין גוטן ווילן
מיטגעבראכט א פאטעפאן מיט אלטע פליטן פאר אונז צו שפילן
ער האט אונז אויך פארזיכערט אז דזשוינט וואלט אונז אויך הילף גיגעבן
און זיי וואלטן וויסן אין וואס פארא מצב מיר לעבן
וועמען איז נאך אזוי גוט ווי מיר ?

עתה עלי לדאוג לעצמי
ליום מחר מאושר
שלא אצטרך להיות אורח תדיר במוסדות הסעד
ולא ליפול למעמסה על קרובים
כןייפתחו לנו בתי ספר מקצועיים וסדנאות
כל אחד יוכל לחיות כבבית אבא
לא צריך לחרוש ולזרוע
רק לעשות ארונות קבורה ולתפור תכריכים
גם האורח מ"אורט" הראה רצונו הטוב
הביא פטפון עם תקליטים לנגן לנו
הוא גם הבטיח שהג'וינט יעניק לנו עזרה
שיידעו באיזה מצב אנו חיים
למי כה טוב כמו לי.

שתדלנים און פארזארגערס אן א שיעור
ארץ ישראל, אמריקע, אויסטראליע,אורוגוואי
קאנאדע ארגענטינע און פאראגוואי.
דערווייל זיץ איך אין איטאליען צווישן ים און שטיינער
אריינלאזן מיר אין זיין לאנד וויל נאך קיינער
אבער איך ווער פאר קיין זאך נתפעל
איך וועל דוקא זיין אין ארץ ישראל.
וועמען איז נאך אזוי גוט ווי מיר
ראסקאש און וויילטאג אן א שיעור.

שתדלנים ודואגים ללא שיעור
ארץ ישראל, אמריקה, אוסטרליה, אורוגוואי
קנדה, ארגנטינה ופארגוואי.
בינתיים יושב אני באיטליה בין ים לאבנים
להכניסני לארצו אף אחד אינו רוצה
אך אני איני מתפעל מכלום
אהיה דווקא בארץ ישראל.
למי כה טוב כמו לי
שפע וכל טוב לאין שיעור.


עוואקואציע (גירוש)

א גערודער, א טומעל , א געפילדער, א געשריי
געסטאפא ס.ס. זאנדארמריע און שוץ פאליציי
מיט מאשינען געווער און האנט גראנאטן ארומגערינגלט
וואס איז געשעהן? דער געטא ווערט אויסגעזידלט
קינדער יאמערליך וויינען פרוייען ספאזמירן
מענער פרעגען זיך וואוהין וועט מען אונז פירן?
אין דער שנעל ווידוי געזאגט די קינדערלאך די לעצטע קושן געגעבן

רעש, מהומה, בלבול,זעקה
גסטפו, ס.ס., ז'נדרמריה, משטרה
מכותרים עם מכונות יריה ורימונים
מה קרה? הגיטו מפונה,
ילדים בוכים מרה, נשים מיללות
גברים שואלים לאן יובילונו
בחפזון קוראים וידוי, נשיקות אחרונות לילדים.


שוין גרייט צו שטארבן גענוג צו לעבן
עס קומט אויף די נקמה געפילען
כאטש אביסעלע דעם צארן שטילן
די פויבט געביילט די ליפן פארביסן
אלץ פארברענען זאל גיין מיטן רויך
אלס פראטעאסט אנשטאט צו שרייען הויך
אוי נקמה כאטש א ביסעלע בלוט פארגיסן
אבער ווי קען א שוואך באשעפעניש נאך שוואכער פון א פליג
מיט ריזן מערדער פירן קריג.

מוכנים למות, די לחיות
מתעוררות רגשות נקם
לשכך מעט חימה,
האגרופים קמוצים, שפתים חתומות
לו ישרף הכל,יעלה בעשן
כמחאה במקום לזעוק בקול
כנקמה , קצת דם לשפוך
אך מה יוכל יצור רפה, חלוש מזבוב
לנהל קרב עם רוצחים ענקים.


פלוצלונג ווערן אלע צו די בונקרעס געטריבן
אויסער די אין די בונקערס פארבליבן
דורך שוץ פאליציי מיט מאשינען געווער באגלייט
אריינגעפאקט אין די וואגאנס פארן צום טייט
די וואגאנעס געפאקט ניט צו שטיין ניט צו זיצן
דעם אטעם ניט צו כאפן פון שווייב און היצן
די פענסטער פארקלאפט די טירן געשלאסן
קיין קאפ לופט אריינגעפללאסן
ניט קיין ברויט ניט קיין וואסער גאנסטע מעת לעת.

פתאום מושלכים הכל לבונקרים
מלבד אלה הנשארים בבונקרים
מלווים בשוטרים עם מכונות יריה
עמוסים לקרונות מובלים למוות
הקרונות דחוסים אין לעמוד ואין לשבת
אין לתפוס נשימה מחום וזיעה.
החלונות מוגפים הדלתות נעולות
אף לא מעט אויר
ללא לחם, ללא מים, שתי יממות שלמות.

ריבונו של עולם, באווין דיין גרויסען נס
זאלן די רויבער די מערדער זען און קומען צום פערשטאנד
אז עס איז דא אויף דער וועלט א אויבער האנד
הנדליך דער צוג האט זיך אפגעשטעלט
די מאשין האט געגעבן א פייף א צייכן צו די תלינים פון דער וועלט
קומט מאכט מיט די אומגליקליך קרבנות ווי אייך געפעלט
ווער וויס מיט וואס צום נתנה תוקף געווארן געחתמט
צו ווערן געשאסן געשאכטן אדער פארברענט
אה! פערברענט ווערן אביסעלע וואסער אפצונעצן די מויל
אין דעם דורכן פענסטערל דורך געלאפן א קויל
שנעל די טירן זיך אויפגעמאכט
אין דער גיך אסעלעקציע געמאכט
שנעל צו לויפן האט דער שטיקן דיקטירט
וואו זיך צו שטעלן האט דעם שארפירערס פינגער דעצידירט
דעם ווינק וואס ער האט געגעבן
האט באנדייט רעכטס צום טויט לינקס צום לעבן
די רעכטע באלד מיט אויטאס אוועקגעפירט
די לינקע באלד דעם ריח פון געבראטן מענשן פלייט דערשפירט.

ריבונו של עולם, הראה נא הנס הגדול
שהשודדים הרוצחים יגלו הבנה
שישנה יד רמה בעולם.
לבסוף עצרה הרכבת
הקטר צפצף כאות לתלייני העולם
בואו לעשות לקורבנות האומללים כרצונכם
מי יודע מה נחתם ב"נתנה תוקף"
להיירות, להיטבח,להישרף
אילו ניתן לבעירה מעט מים להרטיב את הפה
והנה מהחלון חודר כדור.
במהרה נפתחות הדלתות
והחיפזון נעשית ה"סלקציה"
והמקל מורה לרוץ מהר
היכן להתיצב חרצה אצבעו של המפקד
בהינף מבט שנתן
נקבע ימינה למוות ושמאלה לחיים
הימניים הובלו מיד במכוניות
השמאליים הריחו מיד ריח בשר אדם צלוי.



נע ונד

פון געבורטס ארט מיר אויסגעריסן
צווישןים און בערג מיר פארשמיסען
עלינד ווי א שטיין
אן א פריינט פארבלילען אליין


ממקום הולדתי נעקרתי
לבין ים והרים הושלכתי
גלמוד כמו אבן
ללא קרוב לבד נותרתי

נע ונד ווי א ציגיינער
בלויז יאוש איז דער באגלייטער
קיינער וויל מיין הארץ פילן
אביסלע די ווייטאקן שטילן

נע ונד כמו צועני
רק יאוש הוא בן לויתי
איש לא יבין לרוחי
ולו מעט לשכך כאבי.

ליבער פון דעם טאג איז נאכט
ווען די אויגן זיינען צוגעמאכט
און די חלומות פאנגען אן צו שפילן זייער ראל
באווייזן ליבע בילדער אן א צאל

טוב לילה מיום
כשהעיניים נעצמות
והחלומות מתחילים לשחק תפקידם
מראים תמונות חביבים ללא ספור.

אט זע איך אצינד
מיין פרוי און קינד
אין באגלייטונג פון טאטע און מאמען
ווי מען פרייט זיך אלע צוזאמען.

הנה רואה אני עתה
את אשתי וילדי
בלוית אבא ואמא
שמחים כולם ביחד

אבער ווי נאר עס פארשווינדט די נאכט
די לעדאלאך ווערן אויפגעמאכט
און אנשטאט די זיסע חלומות
קומען ווידער אומעטיקע רעיונות.

אך עם חלוף הלילה
העפעפיים נפתחות
ובמקום החלומות המתוקים
חוזרות שוב המחשבות העגומות

ריבונו של עולם,צו וואס דאס לעבן
ווען האפענונג און מוט קען קיינעם געבן
נאר וואנדערן ווי דער ציגייינער
דער איימציגער חבר זאל זיין דער שטעקן מיינער

גלמוד כמו אבן
ללא קרוב לבדי הנני
ללא דרך, ללא מטרה עלי ללכת
אף שאין איש בעולם שיבינני.

א פרישער ים מיטן נאמען בלוט
שרעקליך טיף אן א אפזרונד
זיינע ברעגן איז קיין זאמד און קיין שטיינער
נאר אש און פארסמאליטע ביינער.

ים חדש ושמו דם
עמוק נורא ללא קץ
חופיו ללא חול,ללא אבנים
רק אפר ועצמות חרוכות

פרישע טייכן פליסן צו .......
מיליאנען נפשות געפינען דארט זייער רוה

נהרות חדשים זורמים אל .....
מליוני נפשות מוצאים שם מנוחתם.

עס שטורימען די כוואליעסמיט גערויט און געפילדער
ס'הערט זיך פון די מערדער א געשריי א ווילדער
מאכט דעם ים וואס ברייטער און גרעסער
שארפט די שפיזן... שלייפט די מעסער

גועשים הגלים בהמולה ושאון
נשמעות צעקות הרוצחים הפראיים
מרחיבות את הים ומגדילות
לטשו החניתות, חדדו הסכינים
.

לאזט אין גאנג די ביקסם און אווטאמאטן
שוינט ניט קיין קינדעראויך מאמען און טאטן
מיטען גערויש פון די כוואליעס הערט זיך דאס קרעכצן
פון צושטאכענע קינדער.

הפעילו הרובים והמקלעים
אל תחוסו על ילדים אמהות ואבות
ברעש הגלים נשמעות אנחות ילדים דקורים.

ס'הערט זיך דאס זיפצן פון געשאכטענע פרויען ווי רינדער
דארט ראנגלען זיך מיטן טויט גוססדיקע מענער
ס'הערט זיך א געמיש פון טרויעריקע טענער

נשמעות גניחות הנשים הנשחטות כאן
נאבקים שם עם המוות גברים גוססים
נשמע בליל הקולות העצובים.

עס שפירט זיך דער ריח פון גאז און סם
א וואלקן פון רויך באדעקט דעם ים
בלוט מיט רויך דליסט דעם האריזאנט
דער טייוועל הערשט פון ווייט און נאנט.

מורגש ריח הגז והרעל
ענני עשן מכסים את הים.
דם ועשן סוגרים את האופק
השטן שולט מרחוק ומקרוב.

[1] שלד אדם שאיבד את הרצון לחיות
[2] קצט – KZ מחנה ריכוז
[3] קצטניק – אסיר במחנה ריכוז
[4] קיצור של קצטניק – אסיר מחנה הריכוז
[5] בארי- נמל ועיר מחוז בדרום מזרח איטליה, בקרבת מחנה הפליטים שבו שכן אבא
[6] קצט – מחנה ריכוז
[7] מחנה ריכוז, ממחנות הבת של אוושויץ, מצפון מערב לבירקנאו
[8] שטורם-באן פירר – רב סרן
[9] השיר נכתב על מחנה הפליטים באיטליה (סנטה מריה דה בניה)